Ghetto / Aktzia (Yiddish)

אקציה / געטא   

אקציה …
ליצמאנשטאט געטא , 1943
אין אַ קליין שטיבעלע אויף מיאַנאָווסקיעגאָ גאַס
ווען ס’רעגנט איז אין די שטוב נאַס
הונגעריק, נישט דערגעסן צו די זעט די מאמע שטענדיק קראנק ליגט אין בעט
פארטריבן אונז אין געטא און מען לעבט אויף פֿינף און צװאַנציק ברויט א דיעט
דער קאמף מיט יידן דעם ציל דערגרייכן
געלע לאטע איז דיין צייכןְ.
געטא שווארץ ווי די נאכט: געטא, וואס האסטו פון אונז געמאכט?
שטענדיק פיין, אימער שרעק, ווען נעמט צו דעם אן עק?
אין די גאסן איז היינט א יום טובדיקע שטימונג
אין די שטובן א ווײַס טישטוך געלייגט, אבער עס איז נישט ווי אמאל די פרייד.
די מאמע ביי ליכט צינדן וויינט
און זאגט צו מיר: זון מיינער, צי ווייסט וואס איז היינט?
ערב יום כיפור צום דאווענען גיי.
איך גיי פון שטוב ארויס, כ’בלייב שטיין, וווהין זאל איך גיין?
לויבן דעם גאט, וואס האט צו דעם צוגעלאזט?
א הערלעכע סעפטעמבער נאכט. די לבנה איז אין פולן פראכט.
איך שטיי און טראכט. אט זע איך פיל באקאנטה מענטשן.
אט זע איך איין טאטן איין אלטן וואס טוט מיך בענטשן
אט זע איך יידן איינגעהילט אין טליתים,
אט זע איך קברים פול מיט יידישע מתים.
איך הר הער א ציטערדיקע שטילע שטימע: כל נדרי,
די ליידן פון די שפאנישע אינקוויזיציה,
די ליידן פון טאטנס זיידן! און היינט אין 20-טן יאר הונדערט איז בעסער?
איז דאם אכזריותקייט נישט פילגרעסער.
עס שטייט פאר מיר דאס בילד: פון פאר צוויי וואכן,
איך ווער משוגע ווילד: ס’בלוט הייבט אן אין מיר צו קאכן,
איך זע דאס לויפן פון פרויען מיט קינדער,
ווי זיי יאגן זיך געשווינדער
וועלכע גאס גייט היינט? זאגט מיר יונגערמאן –
לויפט א פרוי מיט א קינד ביי די ברוסט און וויינט.
די וועגן זענען ארום פארשטעלט,
ווייל עס איז ארומגעשטעלט מיט יידישע פאלציי זעלנער
מיט ביקסן אלע גאסן: און מען פירט אלע ארויס אויפן פעלד
אין רייען ווערן מענטשן אויסגעשטעלט
און דאן באווייזט זיך דער לויטענאנט: מיט די ווייסע הענטשן,
מיט א שטעקעלע אין דער האנט. אין אים ליגט דער גורל
פון טויזנטער מענטשן. גייט אוןְ ציילט: איינס, צווי
לעב פריי. שטארב וועק פריי. אט זע אייך, וויי עס פאלט צו זיינע פיס
א פרוי און בעט: בעסטער הער, נעמט נישט צו מיין קינד,
בעסער מיך שיס צעלאכט זיך דער לויטענאנט, מיט די ווייסה הענטשן,
אין אים ליגט דער גורל פון טויזנטער מענטשן,
און גיט א געשריי: “געמט וועק דאס שייס דרעק!”אין וואגאנען פלאסבירס, ווערן יידן וועקגעפֿירט
אין וואגאנען ס’דושנעקייט איז זייער גרויס
פאר אביסל וואסר גייען מענטשן אויס.
א מאמע געזעגט זיך מיט איר קינד: געוויגט דיך אין א לאנגן קושן,
און איצטער, אצינד. עס גייט דער צוג,
עס רוישן די רעדער און עס פרעגט זיך יעדער, וווהיין?
שוין דער דריטער טאג, ווי עס שלעפט זיך דער צוג
ענדליך בלייבט ער שטיין, יעדער לויפט צו צו פענסטער.
וואס ס’איז מיט ברעטער פארהאקט און מען טראכט;
ווו זענען מיר? ווו זענען מיר? טרעבלינקע! טרעבלינקע?
טרעבלינקע דארט פאר יעדן ייד א גוט ארט, ווער ס’קומט אהיין
דער בלייבט שוין דארט, פארבלייבט שוין אייביק
ענדליק עפנט די טיר א יונגער אפיציר
בעסטער הער! הויבן אן אלע צו שרייען: וואסער! וואסער!
וואס וויל מען פוו אונז מאכן?
ער טוט זיך צו לאכן און גיט א מאך מיט דער האנט:
– איר באקומט היר אייער פאטער-לאנד
און ווידער שטעלט מען מענטשן אויס אין פינף גלידער,
און עס באווייזט זיך דער לויטענאנט מיט א שטעקעלע אין די האנט,
מיט די ווייסה הענטשן, אין אים ליגט דער גורל פון טויזנטער מענטשן,
גייט און ציילט, 46, 47,48. ערשטע גרופע פינף מינוט צייט
צו אויסציען און צו באדן גרייט. יעדער באקומט א שטיקל זייף
מיטן אויפשריפט רייף כדי וואשן זיין גוף.
מען גייט אין וואשכאד אריין, און מען טראכט מען גייט אריין,
אבער ווער וועט פון דארט ארויס? און פון גאז ווערן מענטשן
זאפארט שטייף און באלד ווערן די יללות גרויס: “שמע ישראל”.

אין ביורא. הער האופטמאן איך מעלדע געהארכזאם
כאפעל אויסגעפירט: אין היינטיקן טאג אומגעבראכט 20 טויזנט יידן.
גוט, מאקס! ביטע זעץ זיך און מאך א שנאפס.
און אזוי גייט דער צוג איין ,שרעק און מורא,
וויידער נאך א טראנזפארט: פרישע סהורה!!!
אך, גרויסע וועלט. ציוויליזאייע, הארך אונזער געוויין.
צי וועט אזוי אייביק זיין?
עס זאגט יעצט א פארבליבענער ייד,
כאטש ערשעפט און מיד,
עס גייט נישט דורך אזוי גלייך
מיר וועלן זיך רעכענען מיט אייך
און ווען ס’וועט קומען נאך די מלחמה
וועלן מיר נעמען אין אייך נקמה!